שטראז
א שטראָז אדער שאסיי איז גרויסע שטראסע וועלכע איז ספעציעל געבויט צו פירן אויטאס פון איין פלאץ צום צווייטן. א שטראָז איז געבויט ברייטער און בעסער ווי געווענליכע גאסן און קען נעמען צענדליגע טויזנטער אויטאס אן מאכן פארקער פראבלעמען. דאס ווארט שטראָז איז א שם הכולל און ווערט אנגערופן מיט מערערע נעמען געוואנדן לויט פלעצער און לענדער. באקאנטע נעמען זענען: אויטארוטע, אויטאבאן, עקספרעסוועג, אויטאשטראסע, אויטאסטראדא, אדער מאטארוועג.
קאנצעפט און היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שטראזן זענען פון די וויכטיגסטע אינפראסטרוקטור פאר א מאדערנעם לאנד. ווי מער פארגעשריטן די שטראָז סיסטעם איז אלס בעסער איז די טראנספארטאציע אין לאנד. שטראָזן ווערן גענוצט פאר עטליכע טראנספארטאציע מיטלן, אריינגערעכנט אויטאס, באסעס, טראקס, מאטארביציקלעך, און נאך. הייעוועיס זענען דעזיינט פאר שנעלע טראנספארטאציע וואו טויזנטער אויטאס קומען פון אלע קלענערע ראודס צו נוצן דעם ברייטן אויסגעפלאסטערטע שטראז צו פארן שנעל.
אמאליגע צייטן איז נישט געווען אזא זאך ווי גרויסע הייעוועיס נאר יעדע שטאט\שטעטל האבן זיך געהאט זייערע אייגענע אויסגעפלאסטערטע וועגן פאר די בהמות וועלכע האבן געפירט מענטשן און פעקלעך. די ערשטע לאנגע שטראזן זענען געבויט געווארן אין אייראפע פאר צוויי טויזנט יאר צוריק און איז בעיקר געווען געמאכט פאר סוחרים וועלכע האבן אינאיינעם פינאנצירט פיר לאנגע שאסייען וועלכע זענען דורכגעלאפן צענטראל אייראפע. אבער די ראודס זענען געווען שוואך צוגעשטעלט און מענטשן פלעגן כסדר ווערן געשטראנדעט אויפ'ן וועג צוליב רעגן און שנייען אדער אנדערע עקסטרעמע וועטערס. ווערן רעדט נאך פון רויבערס וועלכע האבן געלאקערט אויף די וועגן און באפאלן די אומבאהאלפענע דורכגייער.
היסטאריע זאגט אז מיליטערן האבן זיך געהאט זייערע אייגענע שאסיי סיסטעמען וועלכע זענען געהאלטן געווארן אין געהיים און איז נאר באנוצט געווארן דורך די מיליטער. ווען אויטאס האבן אנגעהויבן פארשפרייט ווערן אין די גרעסערע לענדער האבן רעגירונגן אנגעהויבן בויען גאסן און שאסייען וועלכע זענען אין רוב געווען לאקאלע רעגירונגן אדער פריוואטע אונטערנעמונגען.