רבי חנניא בן חכינאי
מראה
געבורט |
המאה ה־2 ישראל |
---|---|
פאך | רב |
רבי חנניא בן חכינאי איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.
זיין צייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חנניא בן חכינאי איז געווען פון צווייטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. [1]
ס'איז פארהאן א מיינונג אז רבי חנניא בן חכינאי איז געווען איינע פון די עשרה הרוגי מלכות.[2]
צוויי רבי חנניא בן חכינאי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ערשטער:
- אין דער משנה פון מסכת כלאים, זאגט רבי אליעזר בן יעקב - וועלכער איז געווען פון צווייטן דור תנאים - נאך פון חנניא בן חכינאי. [3]
- דער רמב"ם [4] רעכענט אויס רבי חנניא בן חכינאי צווישן דער ליסטע פון תנאים וואס ווערען דערמאנט נאר איינמאל אין דער משנה
- דער ספר יוחסין שרייבט רבן יוחנן בן זכאי איז געווען א חבר פון רבי חנניא בן חכינאי.
דער צווייטער:
- די גמרא אין מסכת כתובות [5] פארציילט ווי אזוי רבי חנניא בן חכינאי איז אוועק געגאנגן פון זיין שטוב לערנען תורה נאך דער חתונה פון רבי שמעון בן יוחאי, איבערלאזנדיג זיין ווייב מיט א קליינע טאכטער אין געזעצען אין ישיבה צוועלף יאר.
די גמרא אין מסכת חגיגה [6] זאגט רבי חנניא בן חכינאי איז געווען א תלמיד פון רבי עקיבא.
אין משניות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מסכת כלאים פרק ד' משנה ח', ”רבי אליעזר בן יעקב אומר משום חנניא בן חכינאי, אפילו חרבה האמצעית, ואין בין שורה לחברתה שש עשרה אמות, לא יביא זרע לשם, וכו'”
- מסכת מכות פרק ג' משנה ט', ”חנניא בן חכינאי אומר, אף הלובש כלאים, אמרו לו, אינו השם, וכו'”
- מסכת אבות פרק ג' משנה ד', ”רבי חנניא בן חכינאי אומר, הנעור בלילה, והמהלך בדרך יחידי, והמפנה לבו לבטלה, הרי זה מתחייב בנפשו”