פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 אַפּריל 11
מראה
- קוים א חודש זינט דעני וואהל האט אויפגעגעבן זיין הנהלה פון וויקימעדיע פונדאציע איז ער געווארן געקרוינט צוריק אלס סיסאפ אין ענגלישן וויקיפעדיע נאך שטורמישע און קאנטראווערסיאלע וואלן פראצעדור וואס ער האט געווינען 68 פראצענט טראסט, טראץ זיינע שטרענגע ארויסבלאקירונגען פון וואנדאלן אפט מאל אן ווארענונג און אויף לאנגע שטרעקעס, וואס האט געמאכט די שטארקע קעגנערשאפט צו זיין סיסאפ אלס זארג אז ער זאל האבן אביוזד די סיסאפ טולס. די ענטפער פון זיינע שטיצער איז אז די קריטיק איז אומ-באזירט, ווייל די שטרענגע אקטן זענען בלויז געווען לעגאלע פראצעדורן וואס ער האט נישט געטאן פון זיך אלייןס נאר אויפן באפעל פון די וויקימעדיע פונדאציע אדוואקאטן. (וויקיפעדיע סינגפאוסט)
- וואלן גייען איצט אן אין אידישען וויקיפעדיע אים אויך צוריק געבן די סיסאפ כוח ביי אונז, וואס ער האט פרייוויליג פארלאנגט מען זאל אים אראפנעמען, ביים רעזעגנירן פון די וויקימעדיע פונדאציע. (אידישער וויקיפעדיע אדמיניסטראטורן בלאט)
- קרית וויזניץ בני ברק: פיר וויזשניצערוויזניץ חסידים אונטער ארעסט אין געשלעגן צווישן ר' ישראל האגערס אנהענגער מיט זיין ברודערס רבי מענדיל האגער׳ס אנהענגער. (וויינעט)
- ווידעא וויאזוי קינדער מיט בחורים, חסידים פון ר' ישראל האגער, שרייען נאך רבי מענדיל האגער׳ס גנב און שייגעץ. (פליקס)
- גוגל פירט דורך סדר נאכט אין איר קאמפלעקס אין קאליפארניע. (ניוז.קאם)
- קאנטרי: העליש פייער פארניכטעט לעיק האוז האטעל וואס געהער היינט צוטאגס פאר קראסנע ישיבה. (רעקארד אונליין)
- אתרא קדישא עסקנים מוחה קעגן חרדישען מיליאנער ר' מוטי זיסער צוליב זיין בוי ארבייט פון שאפינג מאל העכער אור-אלטע בית הקברות אין טשעכיי, וואס ער טענהט אז ר' אליקום שלעזינגער דער יושב ראש פון וועד להצלת בתי חיים באייראפע האט אים מתיר געווען. אתרא קדישא זאגט אז שוין צוריקגעצויגן פון דעם היתר. (וויינעט)
- פרומע אידישער וועלט באנק פארזיצער, ר' פאול וואלפאוויטש אונטער קריטיק פארן שאפן א זשאב אין סטעיט דעפארטמענט פאר זיין אראבקע מיידל-פריינט. (ניו יארק פאוסט)
- נס אין פסח ווען ריזן באמבע וואס קען הארגענען הונדערטע אין זעלבסט מארד אטאקע שטאט אפ באזוך אין תל אביב אבער דרייט זיך צוריק צו קלקליה אן אויפרייסן. (וויינעט)