שניי-סאכע
אַ שניי-סאָכע איז אַ געצייג וואס ווערט געבויט צו מאָנטירן אויף אַ פֿאָרמיטל און ווערט באַנוצט אַראָפּצונעמען שניי און אייז פֿון דרויסנדיקע פֿלאַכן, געוויינטלעך יענע פֿאַר טראַנספּאָרט צוועקעס. הגם אַז דער טערמין באַדייט אָפֿט פֿאָרמיטלען מיט די דאָזיקע געצייג, זיי זענען מער פּינקטלעך באַקאַנט אַלס ווינטער דינסט פֿאָרמיטלען (ענ'), בפֿרט אין געגנטן מיט גרויסע קוואַנטומס פֿון שניי יעדע יאָר, אָדער אין ספּציפֿישע געגנטן ווי פֿליפֿעלדער. אין אַנדערע פֿאַלן, פּיק-אַפּ לאַסטאויטאָס (ענ') און לאָדערס ווערן אויסגעשטייַערט מיט געצייג צו פֿירן אויס די דאָזיקע אַרבעט. אין אַ טייל געגנטן אין וועלכע שניי איז נישט נאָכאַנאַנדיק, אָפּגלייַכערס קענען מען באַנוצט אַראָפּצונעמען געפּאַקטע שניי און אייז פֿון די גאַסן. שניי-סאָכעס קענען אויך ווערן מאָנטירט אויף וואַגאָנען אָדער לאָקאָמאָטיוון אױפֿצורױמען אייזנבאַן ליניעס.
גאַלעריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]-
אַ שניי-סאָכע אויף אַן אָפּגלייַכער
-
אַ שניי-סאָכע אויף אַ הינטערגראָבער
-
אַ שניי-סאָכע אויף אַ לאַנדווירטשאַפֿט טראַקטאָר
-
לאַסטאויטאָס מיט שניי-סאָכעס אויף אַ שטראָז
-
אַן אייזנבאַן שניי-סאָכע אין זאַקסן, דייטשלאַנד
-
אַ טראַמוויי שניי-סאָכע אין דרעזדן, דייטשלאַנד
-
אַ דרייענדיקער שניי-בלאָזער אין סקעגוויי, אַלאַסקע, פאראייניקטע שטאטן
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]