לדלג לתוכן

קיירא

פֿון װיקיפּעדיע
קייראָ
القاهرة
קייראָ צעטיילט דורכן נילוס 31/03/2007
מדינה / טעריטאָריע עגיפטן
גרינדונג דאַטע 969
קאָאָרדינאַטן 30°2′0″N 31°13′0″E / 30.03333°N 31.21667°E / 30.03333; 31.21667קאארדינאטן: 30°2′0″N 31°13′0″E / 30.03333°N 31.21667°E / 30.03333; 31.21667
ראַיאָן קייראָ דיסטריקט
בירגערמייסטער וואַזיר אַבדול בעק
אָפיציעלע שפּראַך אַראַביש
שטח 214 קוואדראט ק"מ
הייך 68 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

8,026,454‏  (שטייענדיג 2009)
35,047 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
http://www.cairo.gov.eg/default.aspx

קייראָ (אַראַביש: القاهرة) איז די גרעסטע און הויפטשטאט, פון עגיפטן מיט א געשאצטע באפעלקערונג, פון אַריבער 17 מיליאָן איינוווינער, צוזאמען מיט די מעטראפאליטען שטח, אזוי ארום איז קייראָ, די גרעססטע שטאָט אין אפריקע, און אין מיטל מזרח, און איינע פון די גרעסטע שטעט איבער די וועלט.

קיירא איז א היסטארישע שטאט, מיט אסאך אלטע געביידעס, דעריבער האט די פאראייניגטע פעלקער איר דעקלערט, אלס היסטארישע קולטור ארט אין די וועלט.

די שטאט זיצט אויף די זייטן פון נילוס טייך, וואס לויפט אריבער די שטאט. די שטאט האט אלטע מעטשעטן און פעסטונגען פון איין זייט, און א מאדערנע שטאט מיט אלע צוגעהערן, ווי אן אונטערערדישע באן סיסטעם, נייע געביידעס מיט געשעפטן און איינוווינער, עטליכע קאמערץ צענטערן, שאסייען.

ווען גאמאל אבדול נאסער, איז געווארן פרעזידענט פון עגיפטן, האט קיירא זיך גענומען בליען, מיט א געוואלדיקן אימפעט, די געדרענג איז געווען שרעקליך, און היינט איז קיירא די צווייט מערסט געדרענגטע שטאט פון די וועלט, מיט די יארן האט די רעגירונג פרובירט אויסשפרייטן די באפעלקערונג, צו די געגנט אויסערן שטאט.

אין שטאט געפונען ערטער, וואס זענען אנערקענט אינטערנאציאנאל, די עגיפטישע מוזיי, די פארלאמענט, די קיירא פעסטונג, אלטשטאט, בן עזרא שול וואס לויט טראדיציע האט די רמב"ם געדאווענט דארט, ווי אויך פיראמידן.

קייראָ ליגט אין צפון עגיפטן, דער נילוס טייך האקט אדורך דער שטאט. די שטאָט איז צעטיילט אין צוויי: די אַלטשטאָט און די נייַשטאָט. די ניישטאט איז געבויט אויפן אייראפעישן נוסח מיט גרויסע הייזער, האָטעלן, ביורא בנינים, אאז"וו, בשעת די אלטשטאט איז געבויט געדיכט.

זינט נאַסער ס העכערונג צו מאַכט אין קייראָ אנגעהויבן צו וואַקסן גיך, וואָס האט סאַווירלי אַפעקטאַד די ינפראַסטראַקטשער אין די שטאָט אַז געשטאנען דעם שפּאַנונג.

קייראָ עטלעכע וויכטיק זייטלעך, עטלעכע פון זיי בייַ אינטערנאַציאָנאַלע הייך: דער עגיפטישע מוזיי, דעם פּאַרליאַמענט, קייראָ קייראָ סיטאַדעל (די סיטאַדל), קאַן מאַרקעט צו-כאַלילי, אלט קייראָ און בן עזרא סינאַגאָג, און די גיזאַ פּיראַמידס וועלכע זענען אַרויס די שטאָט.

די שטאָט איז געגרינדעט געווארן אין יאָר 969, דורך די אראבער, וואס האבן איינגענומען עגיפטן צו יענע צייט, די שטאט האט געדינט אלס וווינארט, פארן כאליף, אבער נישט אלס הויפטשטאט, ערשט אין יאר 1168 בערך איז קיירא געווארן הויפטשטאט פון עגיפטן. מיט די יארן ווען קיירא איז גרעסער געווארן, זענען אנדערע עלטערע שטעט אריינגערעכנט געווארן, אין די גרענעצן פון שטאט.

אין 972 איז דער על אזהאר מעטשעט אויפגעבויט געווארן, סאלאדין, האט געהערשט איבער עגיפטן צו יענער צייט. אין נאכפאלגנדע פינף הונדערט יאר, האט די שטאט עטליכע מאל געטוישט הענט.

אין 1340 האבן געוואוינט אין קיירא קרוב צו א האלבער מיליאן מענטשן, און קיירא איז געווען די גרעסטע שטאט מערב פון כינע. צווישן 1348 און 1517 האט קיירא געליטן פונעם שווארצן טויט מער ווי 50 מאל, און די באפעלקערונג איז אראפ ביז 200,000 מענטשן. נאכדעם ווען וואשקו דא גאמא האט געטראפן די ים רוטע אין אינדיע דורכן קאפ פון גוטער האפנונג אין 1498, איז קיירא ווייטער אראפ אין חשיבות, אזוי ווי די סוחרים האבן מער נישט געדארפט אדורכפארן די שטאט אונטערוועגס אין אינדיע.

דעם 22סטן יאנואר 1517, איז די שטאט איינגענומען געווארן דורך די אטאמאנישע אימפעריע, און איז געבליבן ביי זיי ביז 1882, מיט א קורצע איבעררייס 1798-1801, ווען נאפאלעאן באנאפארטע האט אינוואדירט דעם מיטל מזרח.

אין 1882 זענען די ארמייען פון גרויסבריטאניע אריין אין שטאט, און ארויסגעטריבן די טערקן, און ביז 1922, האט ענגלאנד געהערשט איבער עגיפטן, נאכדעם איז עגיפטן געווארן זעלבסטשטענדיק, מיט קיירא אלס הויפטשטאט, אבער בריטישע זעלנער זענען פארבליבן ביז 1956 אין עגיפטן.

קראים האבן געוווינט אין קיירא, נאך איידער די אראבער זענען געקומען. יידן זענען אנגעקומען, נאכדעם, אין צוועלפטן יארהונדערט, האט די קהילה געבליט, דער רמב"ם האט דארט געוווינט, שפעטער ווען די מאמלוקן, זענען אריין איז די שטאט כמעט פארניכטעט געווארן, שפעטער זענען יידן פון שפאניע, אנגעקומען, אין ניינצטן יארהונדערט, זענען אנגעקומען יידן פון אייראפע, און אן אשכנזיש קהילה איז געגרינדעט געווארן.

ווען ישראל איז געגרינדעט געווארן, מיט עגיפטן פארלירן דעם קריג, זענען יידן אנטלאפן איבער די יארן, און נאכן סיני מלחמה, זענען שוין כמעט נישט געווען יידן אין קיירא, נאך דער זעקסטאגיקער מלחמה, האבן די לעצט פארבליבענע יידן פארלאזט די שטאט, היינט וווינען נאך יידן אין קיירא.

קיירא האט 30 שוועסטער שטעט:

באקאנטע מענטשן געבוירן אין קיירא

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]