לדלג לתוכן

דער קוואטער (פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דער גאדפאטער)
דער קוואַטער
The Godfather
מאַרלאָן בראַנדאָ אַלס דער קוואַטער
רעזשיסאר פֿראַנסיס פֿארד קאָפּאָלאַ
פראדוצירער אַלבערט ס. ראַדי
גערי פֿרעדריקסאָן
סצענארשרייבער מאַריאָ פּוזאָ (אויך ראָמאַן)
פֿראַנסיס פֿארד קאָפּאָלאַ
מוזיק קאַרמין קאָפּאָלאַ
נינאָ ראָטאַ
רעדאקטירונג וויליאַם ריינאָלדס
פּיטער זימער
פארשפרייטער פּאַראַמאַונט פֿילמען
לענג 175 מינוטן
לאנד פאראייניקטע שטאטן
שפראך ענגליש
איטאַליעניש
לאַטיין
בודזשעט $6,000,000

דער קוואַטער (ענגליש: The Godfather) איז אן אמעריקאנישר פילם וועגן א מאפיא הויפט און זיין פאמיליע אין די 40'ער יארן. דאס פילם האט דריי חלקים. דער ערשטער חלק איז דערשינען 1972, דער צווייטער 1974 און דער דריטער טייל 1990.

דער פילם איז געמאכט געווארן דורך פראנסיס פארד קאפפאלע, און ווערט פארעכנט אלץ איינע פון די בעסטע פילמס אין די היסטאריע.

דער פילם שטעלט פאר דער קוואטער (אזא טיטל וואס מען געט פאר דער וואס באקומט דעם כיבוד פון האלטן דעם קינד ביים באקריסטליכן צערעמאניע) דאן קארליאן -- געשפילט דורך מארלאן בראנדא אין דעם ראלע וואס האט אים מערסט באקאנט געמאכט -- וואס איז דער הויפט פון זיין פארצווייגטע ביאלאגישע פאמיליע און אויך די הויפט פון זיין מאפיא פאמיליע וואס פארנעמט זיך מיט ארגאניזירטע קרימינאלע אקטיוויטעטן און צומאל פירט מלחמות מיט אנדערע מאפיא פאמיליעס.

"דער קוואטער" איז געווען פון די ערשטע פילמען צו ווייזן אינטימליך וויאזוי עס פירט זיך די וועלט פון מאפיאנערן, און יעדער שפעטערדיגער פילם אויף דעם נושא פאלגט נאך אין אירע טריט צו מער צו ווייניגער.