סאוועטן פארבאנד
דער פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע סאָציאַליסטישע רעפּובליקן (רוסיש: Союз Советских Социалистических Республик, סאָיוז סאָוועטסקיך סאָציאַליסטיטשעסקיך רעספּובליק), אינקורצן פֿסס"ר (רוסיש: СССР, סססר), באַוואוסט אויך ווי דער סאָוועטן־פֿארבאנד אָדער ראַטן־פֿאַרבאַנד (רוסיש: Советский Союз, סאָוועטסקי סאָיוז) איז געווען אַ סאָציאַליסטישע גרופע פון פופצן לענדער אין צפון־מזרח אייראפע און צפון־צענטראל־אזיע. ער האט עקזיסטירט פון י"א טבת ה'תרפ"ג ביז ט' טבת ה'תשנ"ב (1922 צו 1991). די גרעסטע מלוכה אין דער מלוכות־גרופע איז געווען רוסלאנד. די הויפטשטאט פונעם סאוועטן פארבאנד איז געווען מאסקווע.
די רעגירונגס־ארדענונג אינעם סאוועטן־פאַרבאַנד איז געווען קאמוניזם. פון איר פירער: וולאדימיר לענין, ער האט איינגעפירט קאמוניזם אין רוסלאנד, געשטארבן 1924. נאכדעם ווען ער איז געשטארבן, איז געווען א געראנגל, ווער עס וועט זיין די נייע געוועלטיקער, פונעם סאוועטן פארבאנד,
אין דער ענדע איז יאזעף סטאלין געווארן אין 1929 ביזן יאר 1953 ווען ער איז געשטארבן.
כרוסטשאוו איז דעמאלסט געווארן די פירער פון ראטן פארבאנד, און איר געפירט ביז 1964.
ברעזשנעוו פון 1964 ביז 1982.
אנדראפאוו פון 82' ביז 84'.
טשערניענקא פאר איין יאר ביז 85'.
און דער לעצטער, גארבאַטשאוו פון 1985 ביז יאר 1991, ווען די אייזערנע פארהאנג איז צאמגעפאלן.
לענדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אינעם פארבאנד זענען געווען, נאך פערצן לענדער אויסער רוסלאנד.
לעטלאנד, ליטע, עסטלאנד, ווייסרוסלאנד, אוקראינע, מאלדאוויע, גרוזיע, ארמעניע, אזערביידזשאן, קאזאכסטאן, אוזבעקיסטאן, טורקמעניסטאן, קירגיזסטאן, טאדזשיקיסטאן.
צעפאלונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער סאוועטן פארבאנד איז צעפאלן אין לויף פון דריי יאר (1988-1991), ביי וועלכן דער סאוועטן פארבונד איז געווארן צעטיילט אין 15 לענדער (ארמעניע, אזערביידזשאן, בעלארוס, עסטלאנד, גרוזיע, קאזאכסטאן, קירגיזסטאן, לעטלאנד, ליטע, מאלדאווע, רוסלאנד, טאדזשיקיסטאן, טורקמעניסטאן, אוקראינע און אוזבעקיסטאן), און 7 נישט אנערקענטע שטאטן (ארצאך, גאגאוזיע, טאטארסטאן, טשעטשניע, טראנסניסטריע, און נאכטשיוואן).[1][2][3][4] די צעלאזונג פונעם סאוועטן פארבאנד האט געענדיקט פערעסטרויקא און דער קאלטער קריג.[5][6]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ טשארלעס קינג, דער רוח פון פרייהייט: א היסטאריע פון דעם קאווקאז
- ↑ https://books.google.com/books?id=4lgBAwAAQBAJ&pg=PA138
- ↑ http://www.rbcdaily.ru/politics/562949990857614
- ↑ https://pracownik.kul.pl/files/121903/public/kosienkowski_the_gagauz_republic_an_autonomism-driven_de_facto_state.pdf
- ↑ https://direct.mit.edu/jcws/article-abstract/24/1/188/109003/The-Dissolution-of-the-Soviet-UnionA-Case-Study-of
- ↑ https://europe.unc.edu/iron-curtain/history/the-fall-of-the-soviet-union/