מענטשן רעכט
מראה
מענטשן רעכט באדייט א באגריף אדער פילאסאפיע אז עס באקומט יעדן מענטש אויף דער וועלט געוויסע גרונטרעכט.
דער פילאסאף דזשאן לאק האט פארגעלייגט אז יעדער מענטש האט "נאטירלעכע" רעכט, און די געזעלשאפט טאר נישט פוגע זיין אין די רעכט. דער אמעריקאנער פאליטיקער טאמעס זשעפערסאן האט אריינגעלייגט פארשידענע מענטשן־רעכט אין דער אומאפהענגיקייט־דערקלערונג פון די פאראייניגטע שטאטן.
אין 1948 האבן די פאראייניגטע פעלקער אויפגענומען די אלוועלטלעכע דעקלאראציע פון מענטשרעכט.
רעכט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רעכט צו לעבן
- פרייהייט פון פייניקונג
- פרייהייט פון שקלאפעריי
- רעכט פאר א יושרדיקן פראצעס
- פרייהייט פון רעדן
- פרייהייט פון רעליגיע
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דעם באגריף פון מענטשן רעכט טרעפט שוין אין דער תורה. שפעטער, אין עטלעכע תקופות, האט מען אנגעהויבן אוועקשטלען געזעצן וואס היטן מענטשן רעכט, למשל די געזעצן פונעם אינדישן קייסער אשאקא.