אבבא
אבבא | |
---|---|
די טרופע אין 1974; פון רעכטס צו לינקס: ביאָרן אולוועוס, אַניעטאַ פֿעלטסקאָג, אַני-פֿריד לינגסטאַד און בעני אַנדערסאָן | |
אנהייב | שטאקהאלם, שוועדן |
טעטיקייט יארן | 1972 - 1982; 2018 - היינט |
זשאנער | פּאָפּ ראָק, אייראָ דיסקאָ, אייראָפּאָפּ, סינטפּאָפּ |
https://abbasite.com/ |
אַבבאַ (שוועדיש: ABBA) איז א שוועדישע פאפ מוזיק טרופע פון שטאקהאלם. זיי האבן באפרייט א סך שלאגערס אין די 1970ער און די ערשטע 1980ער יארן, און האבן באקומען די גרעסטע קאמערציעלע הצלחה פאר א פאפ טרופע אין די 1970ער. דער נאמען "אבבא" שטאמט פון די ראשי תיבות פון די מיטגלידער'ס נעמען: אַניעטאַ פֿעלטסקאָג, ביאָרן אולוועוס, בעני אַנדערסאָן און אַני-פֿריד לינגסטאַד.
אבבא זענען געווארן זייער פאפולער נאך זיי האבן געוואונען דעם אייראָוויזיע געזאַנג קאָנקורס אין 1974. צווישן זייערע שלאגערס זענען געווען "Dancing Queen", "SOS", "Money, Money, Money", "Mamma Mia" און "Waterloo". רוב די לידער זענען געשריבן געווארן דורך אולוועוס און אנדערסאן.
כאטש אז די טרופע איז איידער אפגעשיידט אין 1982 איז איר מוזיק פאפולער ביז היינט. עס ווערט באנוצט אין פילמען אזוי ווי די אויסטראלישע פילמען "די אוואנטורעס פון פריסיליע, קעניגין פונעם מדבר" און "מאַריעל'ס חתונה". די טעאטער פארשטעלונג "!Mamma Mia" איז באזירט געווארן אויף זייער מוזיק, און איז דערנאך אַדאַפטירט געווארן אלס א פילם אין 2008 מיט א המשך פון 2018 מיטן נאמען "Mamma Mia! Here We Go Again".