שמואלי אונגאר
געבורט | 1990 (אלט 34 בערך) | |
---|---|---|
פאך | זינגער | |
שמואלי אונגאַר איז א פאפולערער חסידישער אמעריקאנער זינגער, וואס חוץ זיין סוקסעספולע זינגען קאריערע פירט ער אויך אן א פאדקעסט אויף די אידישע שפראך מיטן נאמען שמואליקעסט.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אונגאר איז געבוירן געוואָרן (אַרום 1990) אין קרית יואל, מאָנראָ, וואו ער האט געלערנט אין סאטמארער אינסטיטוציעס. ער האָט ווייטער געלערנט אין א ישיבה אין לאנדאן[1] און אין פאָרשעי ישיבה אין מאָנסי. אלס בחור פון פערצן יאר איז ער געווארן א יתום פון זיין פאָטער.
שמואלי האָט אָנגעהויבן זײן קאַריערע ביי דער חתונה פון זײן שוועסטער, אויף דער בקשה פון זיין זיידע,[2] דערנאָך איז ער ווייטער אנגעגאנגען ביי חתונות וואָס זענען אפגעהאלטן געוואָרן לויט "חתונה תקנות" אין די זאלן פון פרדס פיגא אין וויליאמסבורג, ווי אויך אין שירה כאָר, אבער עווענטועל האט ער דאס איבערגעלאזט צו ווערן אן אומאפהענגיגער סאלא זינגער, באקאנט צו זינגען מיט א שטארקע ענערגיע און אויפגעהייטערטע געמיט.
אין 2016 האט ער ארויסגעגעבן זיין ערשטער אלבוים שמואלי 2 פראדוצירט דורך נפתלי שניצלער וואָס איז געווען אַ גרויס הצלחה, האט ער שוין ארויסגעגעבן נאך 5 אלבוימם און א צאל סינגעלס און ווידעאוס, און א ריזן צאל פון זיינע ניגונים זענען געווארן ברייט פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט.
אויף זיינע אלבוימס האט ער ניגונים פון פילע לאנגיאריגע חרדי'שע קאמפאזיטער, ווי פינקי וועבער, משה לאופער, און נאך, גאר א גרויסע טייל פון זיינע ניגונים זענען קאמפאזירט דורך הערשי וויינבערגער און ער האט א גרויסע טייל אין אויפבויען זיין נאמען צו וואו עס איז היינט.
אונגאר האָט אין 2017 דורכגעפירט א גרויסע קאנצערט אין די בניני האומה אין ירושלים פאר אַן עולם פון טויזנטער מענטשן.[3][4] און ער האט שוין זינט דעמאלט דורכגעפירט נאך פילע גרויסע קאנצערטן איבער דער וועלט.
פאדקעסטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר 2023 האט שמואלי אנגעהויבן א פאדקעסט אויף די אידישע שפראך מיטן נאמען שמואלי קעסט, וואו ער ברענגט ארויף פארשידענע אינטערעסאנטע געסט, און ביישטייערט צו אידישע אינטערטעמענט, זיינע ווידעאוס ציען אן אין דורכשניט איבער צוועלף טויזענט צוקוקער, און עס איז אפי' דא וואס פארמאגן אזויפיל ווי 22 טויזענט צוקוקער.
דיסקאָגראַפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער האט שוין ארויסגעגעבן דריי אלבאמען.
- שמולי 2 (2016)
- מאך א ברכה (2018)
- ברכה און נחת (2018)
- On Stage (על הבמה) (2019)
- מדרגות (2020)
- Back Stage
קליפּס און סינגלס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לינקס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- https://www.facebook.com/ShmueliUngarMusic
- https://www.twitter.com/shmueliungar
- https://www.instagram.com/shmueliungar
- https://www.youtube.com/channel/UCrWpPQvZBBhn6i0yaWM4HBA
- https://telegram.me/s/shmueli_ungar
- https://www.youtube.com/watch?v=qsJ4VaSgS8I
- https://www.youtube.com/@ShmueliCast
- http://jewishmusicreport.com/2018/03/05/shmueli-ungar-z-report-interview-with-yossi-zweig/ (ארכיווירט 23.09.2020 ביי דער Wayback Machine)
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ ALL PART OF THE SONG (אויף ענגליש)
- ↑ https://matzav.com/listen-zeesha-littman-interviews-singer-shmueli-ungar-on-go-simcha-podcast-featured-here-on-matzav-com/
- ↑ https://www.93fm.co.il/radio/356909/
- ↑ https://www.youtube.com/watch?v=OB9Mbm1H_rk