מרדכי שלמה פרידמאן
געבורט |
15 אקטאבער 1891 באיאן, עסטרייך אונגארישע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט |
2 מערץ 1971 (אלט 79) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
לערנארט | ישיבה | |
פאך | רב | |
אַמט | אדמו"ר | |
רבי מרדכי שלמה פרידמאן זצ"ל (י"ג תשרי ה'תרנ"א - ה' אדר ה'תשל"א), באיאנער רבי פון ניו יארק.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי שלמה איז געבוירן אין באיאן י"ג תשרי ה'תרנ"א, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן, פון באיאן, באקאנט אלס דער "פחד יצחק", א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן אין יאר ה'תרע"ד, איז דאס שטעטל באיאן אינגאנצן פארטיליקט, און דער פחד יצחק מיט זיין פאמיליע זענען אנטלאפן קיין וויען, די הויפטשטאט פון דער עסטרייכער אימפעריע. נאך דער פטירה פונעם פחד יצחק אום י"ז אדר ה'תרע"ז, האבן רבי מרדכי שלמה'ס דריי ברידער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע, אבער ער איז געבליבן אין וויען מיט זיין מאמען מרת מלכה. אין ה'תרפ"ה, נאך זיין מאמען'ס פטירה (ט"ז טבת ה'תרפ"א), האט רבי מרדכי שלמה באשלאסן צו באזוכן די רוזשינער חסידים אין ניו יארק. ער האט נישט געקלערט צו באזעצן זיך דארטן וועגן די שוועריגקייטן פון געבן זיינע קינדער א געהעריג חינוך אין אמעריקע, און איז צוריק געפארן קיין וויען. אבער זיין פעטער, דער טשארטקאווער רבי, האט אים גע'עצה'ט צו וואוינען אין ניו יארק, דארט וועט ער קענען משפיע זיין אויף די יידן און אויפהייבן די ניווא פון שמירת המצוות אין אמעריקע.
קומענדיג קיין אמעריקע אין כ"א חשוון ה'תרפ"ז, האט ער זיך באזעצט אינעם לויער איסט סייד פון ניו יארק, וואו אסאך יידישע אימיגראנטן האבן געוואוינט. ער האט געעפנט זיין בית מדרש אין 247 איסט בראדוויי, און געבליבן דארט ביז סוף ימיו.
אין יענע טעג איז די תורה ודעת ישיבה געווען גאנץ ניי, און רבי מרדכי שלמה פלעג באזוכן די ישיבה אין וויליאמסבורג גאנץ אפט כדי מחזק זיין די בחורים וואס האבן געלערנט דארטן.
אין ה'תרצ"ט, נאך א לענגערער צייט וואס מען האט געשמועסט דערפון, האט מען ענדלעך אויפגעשטעלט דעם אמעריקאנער אגודת ישראל. די ערשטער קאנווענטשין איז געווען אין פאר ראקאוויי, ניו יארק אין תמוז ה'תרצ"ט. מ'האט געוועלט הרב אליעזר סילווער אלס פרעזידענט און דעם באיאנער רבי, רבי מרדכי שלמה , אלס וויצע-פרעזידענט.
שפעטער ווען אסאך רבי'ס זענען געקומען קיין אמעריקע בעירום ובחוסר כל האט רבי מרדכי שלמה אויפגעשטעלט די אגודת האדמורי"ם וואס האט געהאלפן אויפשטעלן זיי אויף די פיס.
ארץ ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין ה'תש"ט איז רבי מרדכי שלמה געפארן צום ערשטן מאל קיין ארץ ישראל. פארנדיג אין דער אויטא קיין ירושלים, האט ער געקוקט די גאנצע צייט אינדרויסן. א חסיד וואס איז מיטגעפארן האט געוואלט הערן תורה פון זיין רבי'ן, האט ער אים געפרעגט וואס איז אזוי אינטערעסאנט צו זען אינדרויסן. האט אים דער רבי געענטפערט, דער פסוק (דברים י"א י') זאגט: עיני ד' אלדיך בה מראשית שנה ועד אחרית שנה. אז דער אייבערשטער קען קוקן אויפן לאנד א גאנץ יאר, איז דאך דא פאר אונז וואס צו זען!
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי שלמה איז נפטר געווארן ה' אדר ה'תשל"א), און ליגט אין הר הזיתים.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי שלמה האט געהייראט י"ח סיון ה'תרס"ח מרת חוה שרה א טאכטער פון הרב ישראל שלום יוסף העשל פון מעזשביזש, א זון פון הרב אברהם יהושע העשל פון מעזשביזש. זייערע קינדער:
- ר' ישראל שלום יוסף פרידמאן, פון ניו יארק.
- ר' יצחק פרידמאן, פון ניו יארק.
- מרת מלכה (תרפ"ד- י"ג אלול תשע"ב),[1] די ווייב פון הרב מנחם ברייער (נפ' תשס"ז) פון ניו יארק.
- הרב ישראל אברהם ברייער
- הרב נחום דוב בער ברייער (רבי נחום בער'ניו) באיאנער רבי אין ירושלים.
- מרת נחמה
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- המודיע (ענגליש) דריטע אפטיילונג, כ"ט אדר א' תשס"ח
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (46)
- ↑ מלכה של מלכות באיאן, אויף JDN וועבזייטל, י"ג אלול תשע"ב (אויף העברעיש)