טאמי לעהרען
טאָמי לעהרען (געבוירן אויגוסט 11, 1992) איז אַ אמעריקאנע קאנסערוואטיווע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָר און טעלעוויזיע האסט. זי איז באקאנט געווארן דורכאויס איר צייט ארבעטנדיג פאר "די בלעיז" ווי זי האט פובליצירט קורצע ווידעאס גערופן "לעצטע געדאנקען" אין וועלכן זי האט אָפט קריטיקירט ליבעראַלע פּאָליטיק. פילע פון אירע ווידיאס זענען געגאנגען וויירעל, און די ניו יארק טיימס האט איר אנגערופן אַ "אויפשיינענדע מידיא שטערן."
לעהרען איז געווארען סוספּענדירט פון "די בלעיז" אין מערץ 2017 נאָך וואס זי האט געזאגט אין אַן אינטערוויו אויף "די וויו" אַז זי גלויבט אז פרויען זאָלן האָבן לעגאַלע צוטריט צו הרגענען זייערע קינדער /אַבאָרשאַן. באלד דערנאָך האט זי אנגעהויבן ארבעטן פאַר גרעיט אַמעריקע אַליאַנץ, אַ אָרגאַניזאַציע וואָס שטיצט פרעזידענט דאָנאַלד טראַמפּ, און אין אויגוסט 2017 האט זי אנגעהויבן דינען ווי אַ מיטארבעטערין אין Fox News.